בית החיים אין שטאָט ליסקא איבערגעשריבן אונטער בעלות פון ליסקא קהילה אין ניו יאָרק

Sunday, January 05, 2020
קדושת הציון

היסטאָרישער דורכברוך אין אונגאַרן:

בית החיים אין שטאָט ליסקא איבערגעשריבן אונטער בעלות פון ליסקא קהילה אין ניו יאָרק

ליסקא קהילה האָט אויך אָפּגעקויפט נייעם שטח האַרט נעבן בית החיים - מקום מנוחתם פון הגה"ק בעל אך פרי תבואה און הגה"ק בעל טל חיים זי"ע

לאַנגיעריגע שתדלנות פון כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א ברענגט געוואונטשענע פּירות – ניי אָפּגעקויפטער שטח וועט איינגערישט ווערן מיט אַלע איינריכטוגנגען צו פאַרגרינגערן צו קענען מתפּלל צו זיין מיט הרחבת הדעת און פּועל'ן ישועות – הרה"ג רבי יואל גאָלדמאַן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאַמסבורג האט אויפגעטרויטן ביי דעם מעמד "העברת ביה"ח לקהל ליסקא" מיט א סיפור נפלא שקיבל מבית אבותיו  – חרדת קודש ווען כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האָט אונטערגעשריבן דעם דאָקומענט



 

באָראָ פּאַרק. – מיט חדותא עילאה האָט דער חסידיש'ער אינדעטום בכלל און חסידי ומעריצי בית ליסקא בפרט אויפגענומען די בשורה מרנינה, אַז נאָך לאַנגע יאָרן אינטענסיווע שתדלנות איז דער בית החיים אין די שטאָט אַלאַס-ליסקא, אונגאַרן, איבערגעשריבן געוואָרן אונטערן רשות פון קהל עטרת צבי דליסקא אין ניו יאָרק וועלכע וועט פון יעצט און ווייטער פאַרפיגן סיי אויפ'ן אוהל מיט די ציונים הקדושים פון די צדיקי בית ליסקא זי"ע און סיי אויפ'ן גאַנצן בית החיים און דעם באָדן אַרום.

ביי אַ גראַנדיעזן מעמד וואָס איז פאָרגעקומען אין באָראָ פּאַרק דורך קהל עטרת צבי דליסקא בראשות כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, זענען אָנוועזנד געווען צוויי פאָרשטייער פון די "פעדעראַציע פון אונגאַרישע אידישע געמיינדעס" וועלכע זענען ספּעציעל געקומען צו פליען פון אונגאַרן אונטערצושרייבן די טראַנספערירונג פונעם בית החיים – וואָס ליגט שוין אונטער די הענט פון די פעדעראַציע זינט דער אייזענער פורהאַנג פון קאָמוניזם איז געפאַלן אין אונגאַרן – צו דער ליסקער קהלה אין ניו יאָרק.

אין די שטאָט אַלאַס-ליסקא איז מקום מנוחת קדשו פון הייליגן בעל אך פּרי תבואה, הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, וועלכער איז בשעתו געווען דער צדיק המיוחד וועלכער האָט פאַרשפּרייט חסידות אין אונגאַרן, וממלא מקומו חתנו כבנו בעל טל חיים, הרה"ק רבי חיים מליסקא זי"ע, וועלכער האָט לאחר הסתלקות חתנו זי"ע ממשיך געווען דעם שושילתא דדהבא און איז געווען מפורסם זיי אלס גאון הגאונים און סיי אלס צדיק וקדוש; מאַסן אידן פון אַלע עקן אונגאַרן זענען געקומען צו פאָרן להסתופף בצל קדשו ולפעול בדבר ישועה ורחמים.

זינט די צווייטע וועלט מלחמה, און נאָך מער נאָך די אונגאַרישע רעוואָלוציע, איז דער בית החיים אַריינגעפאַלן אין זייער אַ נאָכגעלאָזטן צושטאַנד. נאָנט צו פערציג יאָר צוריק האָט דער היבנובער רבי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר רבי יוזפא מליסקא זצ"ל, זיך אַריינגעלייגט אינעם ענין בכל כוחו און געראַטעוועט דעם בית החיים פון טאָטאַלע פאַרניכטונג און באַוויזן צוריקצושטעלן דעם כבוד המקום. מען האָט דעמאָלט פאַרראָכטן דעם אוהל הקדוש, אַריינגעצויגן עלעקטעריק, פאַרפעסטיגט דעם צוים אַרום דעם בית החיים, ווי עס זענען עדות די פילע טויזנטער באזוכער וועלכע שטראמען אין די לעצטע פערציג יאר צו דעם הייליג אָרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.

לויט די אומשטענדן פון יענע יארן איז דאס געווען דאס בעסטע וואס איז שייך געווען. אבער אין די לעצטע יאָרן ווען עס זענען נתרבה געוואָרן אַזויפיל באזוכער צו די מקומות הקדושים און די צאָל מתפּללים אין ליסקא ציילן זיך אין די טויזנטער, דער ציון איז היינט באַלאַגערט 24 שעה אַ טאָג 12 חדשים אַ יאָר; אידן קומען כסדר אָן מיט אויטאָס, באָסעס, סיי זומער און סיי ווינטער – פאַר אַזאַ פאַרנעם בלעה"ר איז דער אינפראַסטראָקטור געבליבן זייער געצוימט, אָן די נויטיגע איינריכטונגען אויפצונעמען די מאַסן אידן וואָס קומען כסדר.

דער עיקר פּראָבלעם איז געווען אַז נאָכ'ן אויפלעזונג פונעם קאָמוניסטישן רעזשים אין אונגאַרן זענען אַלע בתי חיים פון לאַנד אונטערגעפאַלן אונטער'ן אייגענטום פון די דערמאַנטע "פעדעראַציע פון אונגאַרישע געמיינדעס", וואָס שטייט פאַקטיש אונטער די "נעאָלאָגישע" (מאַזשיהיץ) געמיינדע אין אונגאַרן. עס האָט אויסגעפעלט לאַנגע באַמיאונגען און שתדלנות ביי די אונגאַרישע רעגירונג, אויסצואיבן אַ דרוק אויף די "פעדעראַציע" איינצוגיין אויף אַ פאַרשטענדעניש מיט קהלה קדושה ליסקא אין ניו יאָרק.

איצט האָט מען ב"ה ענדליך זוכה געווען אַז דער בית החיים אין ליסקא האָט נאָכגעפאָלגט דעם פּרעצעדענט וואָס איז אַוועקגעשטעלט געוואָרן מער ווי 40 יאָר צוריק ביים בית החיים אין אוהעל וואָס איז אַריבער אונטערן בעלות פון דער סאַטמאַרער קהלה אין ניו יאָרק. דער פּרעצעדענט איז נאָכדעם ווידערהאָלט געוואָרן דורך אַן ענגע צאָל אַנדערע בית החיים, צווישן זיי ראַצפערט, קערעסטיר אא"וו.

איצט איז ליסקא געוואָרן די לעצטע רינגעלע אין דעם קייט און ביים זיצונג פאַרגאַנגענעם אָנהויב חודש אדר איז מקוים געוואָרן "ויקם שדה ליסקא" – ווי רש"י טייטשט אין פּרשת חיי שרה: "תקומה היתה לו שיצא מיד הדיוט ליד מלך". פאַר דעם צוועק איז געגרונדעט געוואָרן דער "ועד קרן בית ליסקא" וואָס וועט פון יעצט און ווייטער זיין פולקאָם פאַראַנטוואָרטליך פאַר אַלעם אינעם בית החיים, דאָס אָפּצוהיטן מיט'ן פאַרדינטן כבוד, פון פאַררעכטן די מצבות, שניידן די גראָז, ווי אויך צושטעלן אַ פּאַסיגן שומר צו שטיין צום דינסט 24 שעה אַ טאָג.

אין צוגאָב וועט מען יעצט קענען איינרישן דעם נייעם שטח וואָס ליסקא קהלה אין ניו יאָרק האָט אָפּגעקויפט האַרט נעבן דעם בית החיים, און זיך באַלד נעמען צו די מלאכה אויפבויען דאָרט די נויטיגע איינריכטונגען, צושטעלן גענוג פּאַרקינג אָרט, ווי אויך אַ געביידע פאַר ביה"כ, וואַשן די הענט, לייכטע איבערבייס אד"ג.

 

 

גראַנדיעזער מעמד דורך קהל עטרת צבי דליסקא אין בארא פּארק

 

אָנוועזנד ביים היסטאָרישן זיצונג אָנהויב חודש אדר העעל"ט (וואָס איז געווען אַ סייעתא דשמיא פאַר זיך אַז דער מיטינג איז צושטאַנד געקומען איידער דער גלאָבאַלער "קאָראָנעוויירוס" אויסברוך) זענען געווען כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א ואחיו כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א, הרה"ג רבי יואל גאָלדמאַן שליט"א אבד"ק נייפּעסט-וויליאַמסבורג, חתן הגאון הגדול רבי צבי אויש שליט"א אבד"ק וואָלקאַן נכד בעל טל חיים ואך פּרי תבואה זי"ע; די ראשי ונכבדי קהל ליסקא; אַ צאָל זקנים יוצאי מדינת אונגאַרן, אַריינגערעכנט עטליכע אָפּשטאַמיגע פון די שטאָט ליסקא וועלכע זענען נאָך געבוירן געוואָרן אין די שטאָט און געלעבט דאָרט ביז די אונגאַרישע רעוואָלוציע אין 956'.

אין צוגאָב זענען אָנוועזנד געווען פּראָמינענטע עסקנים פון ניו יאָרק, אַריינגערעכנט הרה"ג ר' יצחק אויש שליט"א מוואָלקאַן נכד ליסקא, הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מראשי העסקנים דק"ק סאַטמאַר – אַן אייניקל פון הגה"ק רבי מנחם גרשון גרינוואַלד זצ"ל אבד"ק קערעסטיר וועלכער איז געווען שטאַרק בידידות מיט'ן אך פּרי תבואה זי"ע; הרה"ח ר' מנחם וואלנער הי"ו נכד הגה"צ אבד"ק שאַרמאַש זצ"ל; הרבני העסקן ר' יואל ב"ר מרדכי פריעדמאן הי"ו, הרה"ג רבי ישראל פריעדלענדער שליט"א זון פון היבנובער רבי'ן שליט"א וואָס די אַלע זענען געשטעלט געוואָרן אַלס חברי "ועד קרן בית ליסקא".

אין אַ קורצע באַגריסונג לכבוד די צוויי פאָרשטייער פון די פעדעראַציע, דער פּרעזידענט מר. אַנדראס הייזלער און זיין געהילף מר. אַנדראס ביכלער, איז אַרויסגעברענגט געוואָרן אַז דאָ עפענט זיך אַ ניי קאפּיטל איבער דעם בית החיים אין ליסקא אבער באמת איז דאס נישט אַ קאפּיטל וואס איז היינט צושטאנד געקומען, נאר אַ געשיכטע וואָס ציט זיך שוין נאָנט צו פערציג יאָר, ווען דער היבנובער רבי שליט"א האָט זיך אָנגעגאַרטלט כגבור חלציו און אונטערגענומען אַ נסיעה קיין אונגאַרן, וואָס ווען נישט יענע נסיעה, וואָלט מען היינט נישט אָנגעקומען דאָ.

 

 

שפּאַנענדע השתלשלות איבערגעגעבן דורך כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א

 

מיט אָפענע מיילער איז דער ציבור געזעצן און געשלונגען מיט דורשט די פּערל-ווערטער פונעם היבנובער רבי'ן שליט"א אין וועלכן ער האָט איבערגעגעבן די שפּאַנענדע השתלשלות הענינים ווי פאָלגנד:

"ארום 36 יאר צוריק בין איך איין טאָג געגאַנגען אין בית המדרש. ביים דורכגיין ביי 15טע עוועניו און 48 סטריט איז צוגעקומען צו מיר א איד ר' יעקב יערמיאש ע"ה און פרעגט מיך. 'דו ביזט אַ ליסקער אייניקל?' זאָג איך 'יאָ'. פרעגט ער מיך: 'וויאזוי קענסטו צולאזן אז דיין גרויסער זיידנ'ס קבר, דער אך פרי תבואה, זאָל זיין אין אַזאַ שרעקליכן צושטאַנד?' און ער האָט דערציילט: 'מיר זענען דאָרט געווען און נישט געקענט דאַווענען דאָרט. דער ציון איז באַוואַקסן מיט גראָז און באַהערשט מיט אומאַנגענעמע ריחות, עס דרייען זיך דאָרט די ציגאַנער; עס איז ממש אַ שאַנדע וואָס זיי מאַכן פון אַזאַ הייליגן מקום'.

"איך בין געשטאַנען מיט אַן אָפענעם מויל, איך האב נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ווייל איך פּערזענליך בין דעמאָלט נאך קיינמאל נישט געווען אין ליסקא. איך האב 'אראפּגעשלונגען' דעם פּסק אבער פון מיין קאָפּ איז דאָס נישט ארויס. ווען איך בין אָנגעקומען אין ליסקא בית המדרש איז דאָרט געווען מיין ברודער דער רבי זאָל זיין געזונט, ווי אויך להבחל"ח מיין מוטער ע"ה און איך האב זיי דערציילט ווי עמיצער האָט מיר יעצט געגעבן אַ שאַרפן פּסק איבער דעם מצב פון בית החיים אין ליסקא.

"איך האב זיי געזאָגט: אויב טראָגן מיר דעם פאָן אַלס פאָרזעצער און ממשיכי דרכם די צדיקי בית ליסקא, מוזן מיר טון עפּעס!

"איך האָב זיך דעמאלט געוואָנדן צו הרב צבי קעסטענבוים ז"ל דער באַקאַנטער סאַטמאַרער עסקן פון וויליאַמסבורג, מיט וועמען איך, להבחל"ח, בין געווען באפריינדעט. איך האָב אים גערופן גלייך מוצאי שבת. ער איז געווען זייער אַקטיוו אין די ענינים. ער האָט דעמאלט געגרונדעט און אָנגעפירט אַן אָרגאַניזאַציע 'פּרעזערוועישאן אָף סעמעטעריס אַבראָוד' (פּרעזערוואציע פון בתי חיים איבער דער וועלט). אין יענע צייט האָט מען אויך פאַרהאַנדלט ביי פּרעזידענט רעיגען איבער גרינדן די 'יונייטעד סטעיטס קאמיסיע פאָר פּרעזערוועישאן אף אמעריקעין העריטעדזש אַבראָוד' (אָפּהיטונג פון אַמעריקאַנער ירושות איבער דער וועלט). די קאָמיטע איז געספּאַנסערט געוואָרן דורך דעם געוועזענעם קאָנגרעסמאַן פון בארא פּארק, סטיוו סאָלאַרז און אין סענאַט דורך דעם געוועזענעם מאַסאַטשוסעטס סענאַטאָר טעד קענעדי.

"דער טשעירמאן פון די קאָמיסיע איז געווען ראביי אַרטור שניאור לאויש"ט פון פּאַרק-איסט סינעגאג און הרב צבי קעסטענבוים ז"ל איז געווען וויצע טשעירמאן. אויך איך בין דעמאלט געוואָרן אַ מיטגליד אין די קאמיסיע מיט נאך זיבן אידן פון די חרדישע געמיינדע. אַזוי האָב איך ב"ה זוכה געווען צו זיין אויפ'ן ריכטיגן אָרט אין די ריכטיגע צייט.

"אָנגעבליך איז די קאָמיסיע געגרונדעט געוואָרן צו פּרעזערווירן פאַרשידענע קולטוראלע איבערבלייבענישן, אבער אונטערן באַוואוסטזיין האָט יעדער געהאַט איין זאַך: בתי חיים, וואָס פאַקטיש איז דאָס טייל פון אונזער 'העריטעדזש' און מען דאַרף דאָס פּרעזערווירן און איך האָב פאָרגעשלאָגן פאַר די קאָמיסיע: 'ליסקא בית החיים איז זייער אַ פּאַסיג אָרט אָנצוהייבן.'

"עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז דער פאָרשלאַג איז געווען אַ געוואַלדיגע סייעתא דשמיא. ווען מיר זענען געפאָרן צום ערשטן מיטינג אין וואשינגטאן איז קאָנגרעסמאַן סאָלאַרז זייער גערירט געוואָרן פון אונזער פאַרלאַנג. ער האָט פאַרטרעטן אַ גרויסע באַפעלקערונג פון האָלאָקאָוסט איבערלעבער און אז מיר בעטן נישט עפּעס אנדערש נאָר צו פּרעזערווירן אַ בית החיים! דאָס האָט אים זייער בארירט.

"סאָלאַרז האָט אבער אויך געוואָלט האָבן די גוטהייסונג פון די הויפּט רבנישע פירערשאַפטן פון יענע צייטן. מיר האבן געהאט עטליכע מיטונגען מיט אסאך רבנים ורביים, מיט'ן סאַטמאַרער רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, באבובער רבי'ן זצ"ל און נאך. זיי האבן אונז זייער ערמוטיגט און געגעבן זייערע ברכות, און נישט בלויז געגעבן ברכות, נאָר ארויפגעלייגט אויף אונז אַ פליכט אז מיר מוזן זיך אריינלייגן מיט אלע כוחות דאס צו ברענגען מכח אל הפּועל.

"ווען מיר האָבן צוריקגעברענגט די אינדארסירונגען און ברכות פון די רבנים, האָט קאנגרעגסמאן סאלארז געזאגט, 'גוט, מיר וועלן טאקע אנהויבן מיט ליסקא. וויבאַלד דו ביזט דאך אַ מעמבער פון די נייע קאמיטע און דארט ליגן דיינע עלטערן, וועט דאָס זיין אַ גוטע פּראבע'.

"קאָנגרעסמאַן סאָלאַרז האָט אונז אַראָפּגעשיקט קיין אייראָפּע זען וואָס מען קען טון דערוועגן. געפאָרן זענען הרב קעסטענבוים צוזאמען מיט, פונאנדערגעשיידט, מיר. סאָלאַרז האָט געוואָלט ווייזן ווי וויכטיג דאס איז אין די אויגן פון אמעריקע, האָט ער פריער אַראַנזשירט אַ מיטינג מיט'ן אונגאַרישן אַמבאַסאַדאָר אין וואשינגטאן און אים געזאגט אז ער שיקט אונז אַראָפּ קיין אונגארן און עס איז דער אָפיציעלער פאַרלאַנג פון דער אַמעריקאַנער רעגירונג אַז די אונגארישע רעגירונג זאָל אונז שטיין צוהילף מיט אלעם.

"עס איז געווען אַזוי וויכטיג אין זיינע אויגן אז אונזער מיסיע זאָל מצליח זיין אַז ער האָט מיטגעשיקט זיין אייגענעם שטאַב-הויפּט מר. מייקל לואין (וועלכער איז שפּעטער געווארן טשעירמאן פון די קאמיסיע). אויך איז געקומען מיט אונז אַן אַדוואָקאַט פון קווינס, מר. מאנטאש; אין צוגאָב האָבן מיר מיטגעברענגט אַן אינדאָרסירונג בריוו פון הרב יחזקאל בעסער ז"ל פונעם אמעריקאנער אגו"י.

"ביים אָנקומען קיין אונגאַרן האָט דער אַמעריקאנער אַמבאַסאַדאָר אין בודאַפּעסט אונז אויפגענומען און אַראַנזשירט אַ מיטינג מיט די 'פעדעראציע פון אידישע געמיינדעס', ווי אויך מיט מר. פיקסלער ע"ה דער אָרטאָדאָקסישער ראש הקהל פון בודאפּעסט. פון דאָרט זענען מיר געפאָרן קיין ליסקא וואו מיר האָבן זיך געטראָפן מיט'ן שטאָטישן מעיאָר, וועלכער האָט שוין אינצווישן באַקומען אַ 'קעיבעל' פון בודאַפעסט אז דער בית החיים אין ליסקא מוז דעזיגנירט ווערן אלס 'לענדמאַרק'. דאָס איז שוין געווען אַ ישועה גדולה, ווייל דאָס מיינט אַז מען טאָר דעם בית החיים נישט טוישן צו אַנדערע זאַכן; עס מוז בלייבן אַ אידישער בית החיים.

"ער האָט אונז אויך געגעבן עפּעס באָדן אַרום דעם בית החיים – וואָס דאָרט האָבן זיך געהאַט באַזעצט היימלאָזע  ציגאַנער און פאַראורזאַכט אַ געפערליכן ביזוי בית החיים. איצט מיט דעם נייעם באָדן האָבן מיר געקענט איינשטעלן אַ שטיקל פּאַרקינג לאַט וואו קאַרס קענען צופאָרן כמעט ביז צום בית החיים און די ציגאַנער האָבן דאָס נישט געקענט שטערן.

"דאס איז געווען אַ געוואַלדיגער שריט צו פּרעזערווירן דעם בית החיים. פינף און דרייסיג יאָר צוריק איז דאָס געווען היסטאָריש, ווייל קיין איין בית החיים אין אונגאַרן האָט נאָך דעמאָלט נישט באקומען דעם 'לענדמאַרק' שטאַטוס, נישט קערעסטיר, נישט ראַצפערט, מיט'ן אויסנאַם פון איהעל – מקום מנוחת קדשו פונעם ישמח משה זי"ע דער רבי פונעם אך פּרי תבואה זי"ע – וואו דער סאַטמאַרער ראש הקהל הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל האָט אויסגעהאַמערט אַן אָפּמאַך מיט'ן פעדעראַציע און דער בית החיים איז אַריבער אונטער אייגענטום פון סאטמארער קהלה אין ניו יאָרק.

"ברם זכור לטוב הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספּלער הי"ו, כהיום ראש הקהל דסאַטמאַר, וואָס ער האָט דעמאָלט באַצאָלט אַלע קאָסטן פון רענאָווירן דעם בית החיים, איבערבויען דעם אוהל, אריינציען עלעקטעריק, ווי אויך אַ קאָמפּלעט נייעם גדר אַרום דעם גאַנצן בית החיים. ר' מאיר זעליג האָט דאָס געטון אַלס הכרת הטוב נאָך אַ מוראדיגן מופת וואָס זיין פאָטער ז"ל האָט געהאַט אין ליסקא בשעת די אונגאַרישע רעוואָלוציע אין 56'. ווען עס האָט אים געדראָעט תפיסה און ער איז געגאַנגען מתפּלל זיין ביי די ליסקא צדיקים און געזען אַ ישועה שלא כדרך הטבע.

"בשעתו איז דאָס געווען אַלעס וואָס מען האָט געקענט טון. עס איז אָבער נאָר געווען דער אָנהויב. דעריבער איז טאַקע זייער גרויס די שמחה – עס איז מיין אייגענע שמחה ווי אויך די שמחה פון אלע מעריצי בית ליסקא – אַז נאך אזויפיל יארן איז מען זוכה אז אצינד געשעט דאס צווייטע קאפּיטל היסטאָריע, אַז מיר גייען אויפ'ן זעלבן פּרעצעדענט וואָס איהעל האט דעמאלט זוכה געווען צו פּרעזערווירן דעם ציון הקדוש פונעם ישמח משה זי"ע. אַצינד האט אויך זיין תלמיד דער זיידע דער אך פרי תבואה זי"ע זוכה געווען אז זיין בית החיים און ציון הקדוש איז איבעגעגעבן געווארן פאר ק"ק ליסקא אין ניו יארק.

"פארשטייט זיך, דאס איז נישט א כבוד זאַך אז מיר ווערן אייגענטימער, נאר אַן אחריות. מיר נעמען איבער אלע פאראנטווארטליכקייטן אנצופירן, פּערזערווירן און רעסטאווירן דעם בית החיים און צושטעלן אלע נויטיגע איינריכטונגען. עס איז א כבוד די שיינער צערעמאניע וואס מען האט דא צוגעשטעלט, וואו מען שרייבט אונטער די לעצטע טעכנישע פּראצעדורן וואס וועט אונז ערמעגליכן צו האבן א מער אקטיווע ראלע אין פּרעזערווירן דעם הייליגן פּלאץ. ווייל דאס איז אלעס וואס מיר האבן.

"מיר זענען געקומען קיין אמעריקע צוריק אויפצובויען אונזער עקזיסטענץ פונעם אַש פון אוישוויץ. אבער אונזערע וואָרצלען זענען נאך אלץ זייער שטאַרק צוגעבונדן אין אייראָפּע און דאס העלפט אונז אנגיין מיט'ן לעבן אין אמעריקע. יא, מיר לעבן אין אמעריקע, אבער אונזער הארץ און נשמה איז מיט די צדיקים וועלכע ליגן באהאלטן אין אייראפּע.

"עס איז זיכער וויכטיג פאר די פעדעראציע צו פארשטיין, אז איר געט אונז איבער היינטיגן טאג עפּעס וואס טראָגט אַן אויסטערלישע וויכטיגקייט אין אונזער עקזיסטענץ. עס איז נישט בלויז א דאקומענט פון אייגענטומשאפט, נאר איר געט אונז איבער אונזער ירושה און אונזער יחוס אבות.

"מיר זענען זייער דאנבאר פאר די צוויי שלוחים פון די פעדעראציע וואס זענען אראפּגעקומען ברענגען דעם ענין צו א גוטן גמר. דער באשעפער זאל ענק אויך באגיסן מיט אלע ברכות. איך בין זיכער אז די צדיקים וואס ליגן דארט וועלן בעטן פאר אייך און אייערע פאמיליעס. באזונדער וועט אייער נאמען געדענקט ווערן לטובה דורך אלע מענטשן וואס וועלן קומען צו די קברים".

 

 

פאָרשטייער פון אונגאַרישע פעדעראַציע אַדרעסירט די פאַרזאַמלטע

 

דאַן האָט גענומען דאָס וואָרט דער עסקן הנודע הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט"א מראשי ק"ק סקולען, וועלכער האָט אויפגעשטעלט מיט גרויס מסירת נפש די מוסדות "מסורת אבות" אין בודאַפּעסט נאך אין די יאָרן ווען דאָס לאַנד איז געווען אונטער קאָמוניזם און היינט איז ער אַן עסקן דגול לטובת שמירת בתי חיים אין אונגאַרן; ער פאָרט כסדר אַהין צו שתדל'ן און ערלעדיגן אז בתי חיים זאָלן אָפּגעהיטן ווערן אויפ'ן אָרטאָדאָקסישן שטייגער.

ר' דוד האָט צוערשט באַגריסט די צוויי געסט אין אַ פליסיגן אונגאַריש דאַן האָט דערציילט אין די אידישע שפּראַך, אַז אין די נאָנט צו פערציג יאָר אונטער קאָמוניזם האָט ער געהאַט זייער אַ גוטע צוזאַמענאַרבעט מיט די פעדעראַציע. "איך האָב געקענט מר. הייזלער'ס פאטער זייער גוט, ער האט געלייגט טלית ותפילין יעדן טאג". זיין זון גייט אין זיינע פיסטריט. מיר זענען זיך אלעמאל דורכגעקומען. זיין וואָרט איז געווען אַ וואָרט ווארט און אין סיי וועלכן ענין מיר האבן פאַרהאַנדלט.

ר' דוד האָט געזאָגט אַז ער האָט זוכה געווען דורכצופירן אַ געזעץ אין אייראפּעאישן פּאַרלאמענט (אי-יו, אין בריסל) אַז די אויפהאַלטונג פון אידישע בתי חיים דאַרף ווערן פינאַנצירט דורך די אייראפּעאישע רעגירונגען. "איך האָב גע'טענה'ט אַז די רעגירונגען האָבן קאָנפיסקירט די הייזער און באָדנס פון אידן וואָס צום באדויערן וואוינען מער נישט דאָרט, זאָלן די רעגירונגען כאָטש אַזויפיל באַצאָלן פאַר די אויפהאַלטונג פון די בתי חיים".

ער האָט דערציילט אַז ער האָט מערערע מאָל פאַרהאַנדלט מיט די פעדעראַציע איבער אָפּהיטן בתי חיים. אַלעס וואָס זיי זענען גרייט געווען צו טון איז, צאָלן "צוואָנציג דאָלאַר אַ יאר" פאַר אַ שומר... ער האָט דאַן איבערגעגעבן דאָס וואָרט פאַר מר. הייזלער, באַטאָנענדיג אַז איצט ווען מען האָט ב"ה דערגרייכט אַזאַ דורכברוך, קען מען זיך פאַרלאָזן אַז מר. הייזלער וועט ווייטער פולשטענדיג קאָאָפּערירן.

מר. הייזלער האָט אַרויסגעברענגט אַז דאָס זייער אַ וויכטיגער מאָמענט אויך פאַר די פעדעראַציע ווייל "איך האַלט אז די ארטאדאקסישע געמיינדע איז דער אמת'ער אידישקייט, די אמתע פאָרזעצער פון אידענטום. מיר זענען זייער שטאָלץ צו ארבעטן מיט אייך אינאיינעם מיט אזא קאפּעראציע".

"דער דאָקומענט וואס מיר גייען דא אונטערשרייבן איז נישט בלויז אַ פּאַפיר", האָט מר. הייזלער ערווענט, "נאָר אַ פאַרשפרעכונג וואָס מיר דאַרפן איינהאַלטן, צו קענען פּרעזערווירן די טראַדיציע פון ליסקא און פון די אייניקלעך און אלע אנדערע אידן וועלכע שטאמען פון ליסקא און דאס ארט איז ביי זיי הייליג. עס איז זייער א גוטע פילינג פאַר מיר אַז דאָ אין אַמעריקע זענען דא אידישע געמיינדעס וואס וויל גיין קומען צו אונז קיין ליסקא און פאַרזיכערן אַז דער בית החיים זאל אָפּגעהיטן און פּרעזערווירט ווערן. איך גראַטוליר די גאַנצע ליסקא קהלה, וועלכע ווייזט א גוטן ביישפּיל פאר די גאנצע אידישע געמיינדע; א ביישפּיל וואס אויך מיר קענען זיך לערנען דערפון".

 

 

היסטאָרישער מאָמענט ביים אונטערשרייבן טראַנספערירונג דאָקומענט

 

מיט אַ חרדת קודש איז מען צוגעטרעטן צום הויכפּונקט פונעם אָוונט ווען כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האָט אונטערגעשריבן דעם דאָקומענט וועלכע לויטעט אַז "מיט דעם אָפּמאַך גייט איבער די פירערשאַפט פונעם בית החיים אין אלאס-ליסקא צו אונזער קהלה, וואָס וועט בעז"ה ערלויבן מסדר זיין דעם בית החיים ווי עס דאַרף צו זיין". דער דאָקומענט איז דאַן אונטערגעשריבן געוואָרן אויך דורך די צוויי פאָרשטייער און דאַן האָט דער ליסקא רבי פאַרטיילט משקה פאַר אַלע מסובין און געוואונטשן לחיים. דערביי האָט מען פּרעזענטירט פאַר די צוויי געסט אַ טייערע אַנטיק הגדה אלס אות הוקרה פאַר זייער מיטארבעט.

 

 

דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א

 

מען האָט דאַן געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועלכער האָט מאריך געווען אינעם כלל "צדיקים במיתתם קרויים חיים", און ביי צדיקי אמת איז נאָך מער, ווי חז"ל זאגן "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם", זיי זענען גאָר גרעסער ווען זיי זענען שוין נישטאָ ווי ביים לעבן. דאָס האָט מען ספּעציעל געזען ביים זיידן דער אך פּרי תבואה זי"ע וועלכער האָט געזאָגט "אין די זאָקן קען איך אויפטון פּונקט ווי אין די שיך", ווי איינער זאָגט, אפילו ווען איך וועל שוין נישט דאָ זיין וועל איך אויך זען צו העלפן פּונקט ווי ביים לעבן.

"מען ווייסט דאך, איך בין נישט קיין מגזם, אבער דער מציאות איז אז דער זיידע איז געווען בשעתו דער רבי פון אונגארן. ער האט אליין אויף זיך געזאגט אז ער האט פארשפּרייט דעם כח החסידות אין אונגארן. די תלמידי בעל שם טוב האט זיך דאך פארשפּרייט פון אוקריינא ביז פּוילן ביז גאליציע און אין אונגארן האט דער רבי דער ישמח משה אנגעהויבן אבער אין זיין צייט איז דאָס געווען פאר בני עלי', און אין זיידנ'ס צייטן איז דאס געוואָרן אויסגעברייטערט; גאַנץ אונטערלאנד איז שוין געווארן חסידיש".

"במילא אויב ביים לעבן איז מען געפארן צו אים, ער האָט ביים לעבן געזאגט, אז "ווען א איד קומט צו אים איז ער גרייט אלע צרות אויף זיך צו נעמען, אבי דער איד זאל דאס נישט האבן", איז דאך כל שכן איצט ווען ס'איז גדולים צדיקים במיתתם. נאָכדערצו אַז דער זיידע פלעגט זאָגן "א רב דארף קענען אוועקגעבן דעם עולם הזה, א רבי דארף קענען אוועקגעבן אויך דעם עולם הבא!"

"אפילו בזמנו צו זאגן אזא זאך אויף אידן איז נישט קיין קלייניגקייט. דאס איז נישט געווען סתם גערעדט ווערטער. במילא ווייסט מען דאך אז ער האט זיך מוסר נפש געווען צו העלפן אידישע קינדער. בין איך מאמין באמונה שלימה אז אין דעם זכות וואס מיר טוען פאר זיינעטוועגן, פאר כבוד אבותי, בעט וועט ער אונז זיכער אינזין האבן למעלה צו  פּועל'ן אַלע ישועות ורפואות.

מיט רירנדע ווערטער האָט דער ליסקא רבי ממשיך געווען:

"מען האט דאך אונז פארטריבן פון די לענדער. היינט איז שוין דא ב"ה א פרישער דור, מיר זענען שוין אליין זיידעס און עלטער-זיידעס. אבער על כל פּנים אונזער מקור, אונזער ינוקא איז אלעס פונדערהיים, פון די פריערדיגע. דעם זיידן – הגה"ק רבי צבי הירש (השני) בעל שערי הישר מליסקא זי"ע הי"ד בן הרה"ק הטל חיים זי"ע – האב איך נישט געקענט (ער איז אומגעקומען אין די קריג) ולמעלה בקודש אוודאי נישט. אבער דעם טאטן ז"ל – כ"ק אדמו"ר רבי יוזפא  מליסקא זצ"ל – האב איך געקענט. ער איז געבוירן געוואָרן דאָרט, ער האָט געלעבט דאָרט ביז די קריג.

"אפילו די 25 יאר וואס דער טאטע האט געלעבט דא – ער איז ליידער פריצייטיג אוועק – האט ער געלעבט מיט'ן עבר, מיט זיין טאטן. עס איז נישט געווען א טאג וואס ער זאל נישט רעדן פונעם זיידן. ער פלעגט זאגן, 'איך בין נישט דער זיידע, איך בין נישט דער טאַטע, אָבער איך דארף זיך כאָטש אזוי פירן מען זאל זיי נישט פארשעמען'.

"במילא, ווען ער וואלט דאס דערלעבט וואלט ער זיך זייער געפרייט אז מען טוט באנייען דעם ציון. אלעס וואס דער ברודער דער היבנובער רב זאָל זיין געזונט האט געזאגט איז אמת ויציב. ער האט זיך ב"ה אריינגעלייגט און ב"ה איצט נאך אזויפיל יארן האלט מען דא אז אידן קענען שוין גיין און מיט דעם וואס מען טוט היינט נאכט, וועט מען נאך האבן בעסערערן צוטריט, מען וועט דאס קענען פארבעסערן און פארשענערן. וויל איך טאקע באדאנקען די צוויי חשובע געסט וואס האבן א חלק אין דעם, און די אלע וואס געפינען זיך דא".

 

 

וואַרעמע ווערטער פון הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג

 

צום לעצט האָט מען מכבד געווען הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג, - חתן הגאון הגדול רבי צבי אויש שליט"א טאבד"ק וואלקאן - וואס האָט דערמאַנט אַז היינט איז די יארצייט פון זיין עלטער שווער דער וואלקאנער רב, הגה"צ רבי יחיאל זצ"ל, וואָס זיין פאָטער הגה"ק רבי אהרן אויש זצ"ל אבד"ק לופּעני איז געווען אן איידעם ביים טל חיים זי"ע. עס איז דעריבער כדאי נאָכצודערציילן אַ מעשה פּלא וואָס דער וואלקאן'ער רב זצ"ל האט דערציילט וואס איז נוגע לענינינו.

דער וואָלקאַנער רב האט דערציילט ווי ער  איז געווען אין לאַגער אונטער די דייטש. אַלע זידלונגען זענען געווען הויט און ביינער; מען האָט געארבעט ביטער שווער און געהאַט קוים צו עסן. אויך איז געווען פראָסטיג קאַלט. איינמאָל זענען דורכגעגאַנגען רוסישע זעלנער און אָנגעטראָגן צו פאַרקויפן פאַר די לאַגער-אידן אַ וואַרעמען פּעלץ. האָבן זיך צוזאמגענומען אַ פּאָר אידן בשותפות און אוועקגעגעבן זייער ביסן ברויט פון אַ טאָג און געקויפט איין אַזאַ פּעלץ, און מען וועט זיך איינטיילן, יעדער וועט דאָס קענען אָנטון פאַר אַ וויילע זיך צו דערוואַרעמען.

מען האָט צום ערשט מכבד געווען דעם וואָלקאַנער רב אָנצוטון דעם פּעלץ, אָבער אינצווישן האָט איינער פאַר'מסר'ט פאַר די דייטשן אַז מען האָט געקויפט עפּעס אומלעגאַל. ווען די דייטשן זענען אַריינגעקומען אין באַראַק האָבן זיי געכאַפּט דעם וואָלקאַנער רב מיט'ן פּעלץ און מען האָט פאַראורטיילט צו באַשטראָפן מיט קלעפּ. 

יעדער וואָס האָט באַקומען צוגעטיילט דעם שטראָף האָט זיך פריער געזעגנט פון די פאַמיליע ווייל מען האָט געוואוסט אז עס איז אוממעגליך דורכצולעבן אַזעלכע מכות רצח וואָס מען געט אויף הויט און ביינער.

האט דער וואָלקאַנער רב דערציילט, בשעת מען האָט אים אָנגעהויבן שלאָגן האָט ער זיך גענצליך מצמצם געווען דעם מח, מסיח דעת געווען פון אַלעם אַרום און קאָנצענטרירט זיין מחשבה כאילו ער איז יעצט אויפ'ן קבר פון די צדיקים לבית ליסקא, זיין שווער דער טל חיים און דער זיידע דער אך פּרי תבואה זי"ע. ער האָט גאָרנישט געטראַכט אַז ליגט איצט איבערגעבויגן אויפ'ן טיש און כאפּט קלעפּ, נאָר כאילו ער איז יעצט ביים ציון אין ליסקא און איז מתפּלל.

ולפּלא גדול –ער האט נישט געשפּירט קיין שום קלעפּ, ממש כאילו לא הי'! ווען ער האָט זיך דערוועקט האָט ער דעם לעצטן קלאַפּ נאָך געפילט ווען ער איז ארויסגעקומען לעבעדיג האָבן די לאַגער אידן געמאכט די ברכה ברוך מחי' המתים.

הרה"ג ר' יואל האָט אויסגעפירט, אַז איצט נאָך די היסטאָרישע איבערשרייבונג, וועט מען האבן די זכי' אז מען וועט נישט דארפן שטיין אין ברוקלין זיך מצמצם זיין כאילו מען איז אין ליסקא, נאָר מען וועט האבן די זכי' אַליין אַראָפּצוגיין קיין ליסקא טאקע, וועט מען דאך אוודאי און אוודאי פּועל'ן כל מיני ישועות. מען דאַרף אָבער זען אַז עס זאָל טאַקע זיין גרינג אָנצוקומען. עס זאָל זיין צוגעשטעלט אלע צוגעהערן וואס מען דארף האבן צו קענען זיין דאָרט, אַזוי וועט מען בעז"ה פּועל'ן אלעס גוטס.

ביים ענדע האָבן אַלע פאַרזאַמלטע, בראשות כ"ק אדמו"ר מליסקא, זיך אַרויסגעלאָזט אין אַ פייערדיגע רקידה אויף די ניגונים "קה זכות אבות יגן עלינו", "בגלל אבות תושיע בנים" און די באַטייליגטע זענען זיך צעגאַנגען פונעם זיצונג מיט גרויס חיזוק, הערנדיג אַז אויפ'ן מאָמענט ווערן שוין איינגעפעדעמט די נויטיגע שריט דורך "קרן בית ליסקא" אָנצוהייבן די הייליגע ארבעט ווי פריער.




 



Authority of Bais HaChaim in Liska, Hungary Transferred to Liska Kehila in USA

By: Pinchus Ben Tzvi

In the latest chapter of a remnant of pre—Holocaust Jewish communal property being restoring to its rightful heirs, recently the operational ownership of Liska Bais HaChaim containing the holy tziyonim of the famed Rebbes of the Liska Chasidic dynasty was transferred by the Federation of the Hungarian Jewish Communities (who received ownership and upkeeping responsibilities for approximately 1600 cemeteries during the communist era), represented by its President, Andras Heisler, to the Liska Kehila in the United States at an event featuring the participation of community leaders who feel a kinship to the Liska Chasidic dynasty.

 

Divrei Bracha were delivered by Harav Avrohom Friedlander – Hivnoner Rav, Harav Yoel Goldman Rav D'Khal Neipest-Williamsburg, Dr. David Moskovits.

 

Liska Rebbe Shlita concluded by sharing divrei Torah focusing on the mesorah of maintaining “kesher to tzadikim”.

 

Liska is renowned as a makom yeshuos where one can "talk to the Tzadik" and can pour out their hearts asking for their zechus to intervene on their behalf in Shomayim and where many merited nissim of epic proportions. In fact, his tziyon in Liska (Olaszliszka), Hungary, to this day attracts thousands of mispalilim who follow in the footsteps of yidden of yesteryear who davened in the ohel along with great Chasidic and Torah luminaries who revered the kedusha of the tzadikim known as the Ach Pri Tevuah and Tal Chaim.

 

There is a direct quote of Rav Tzvi Hersh of Liska that summarizes the unique zechus of visiting his holy zion: “I will be able to accomplish more for you in my socks then in my shoes” referring to his petirah when one no longer wears shoes.

 

The town of Olaszliszka/Liska was a focal point of Hungarian Jewish life during the lifetime of the revered Liska Rebbes, from the 1830s, and a destination for literally tens of thousands who came to daven at their tziyon after their passing until the Holocaust that decimated life as everyone had come to know it.

 

In virtue of his status as the preeminent Chasidic manhig in Hungary of his generation Rav Tzvi Hersh of Liska’s influence was felt throughout his lifetime and for generations. As a result of his inspiring leadership, chasidus flourished in all regions of Hungary.

 

His yahrtzeit along with the yahrtzeits of the HaRav Eizek of Kaliv and the Yismach Moshe of Uhel were the three yahrtzeits that attracted tens of thousands of participants in pre-war Hungary and where miraculous yeshous were recorded on those holy days.

 

Although Jewish life returned to Olaszliszka in the immediate aftermath of the War, by 1956, it had waned to the point where the last Jewish person Reb Oizer Fried left Olaszliszka writing in a 1965 letter to the previous Liska Rebbe, Rav Yoizef Friedlander ZT”L that his old age requires him to leave to an old age home in Budapest lamenting the fate of the Shul and Bais Hachaim.

 

In 1985, after reports of the derelict condition of the Bais Hachaim, during the waning days of the communist regime, the Hivnover Rebbe Harav Avrohom Friedlander Shlita, son the previous Liska Rebbe ZT”L, along with the late Rabbi Zvi Kestenbaum, (who was the driving force behind and founding Vice Chairman of the U.S. Commission for the Preservation of Americas Heritage Abroad and Michael Lewan, then Chief of Staff to the late Congressman Steve Solarz visited the town of Olaszliszka for the purpose of saving, preserving and restoring the neglected cemetery.

 

After a protracted process that required intensive US government intervention the Bais Hachim was designated by the Hungarian government as landmark. Upon generous funding by noted philanthropist Reb Zelig Rispler, the Bais Hachaim was cleaned up, its fence surrounding the cemetery was reinforced, restored tombstones, a caretaker was hired, and once again it was possible to properly daven at this revered makom koidesh.

 

Over the last 25 years multitudes of visitors visit the various Eastern European towns to beseech the merit of the tzadikim almost on a 24-6 basis.

 

Due to this surge in visitors including to Olaszliszka/Liska the direct heirs of the Liska Chasidic dynasty – the Liska kehillah under the leadership of the current Liska Rebbe shlita, whose presence was firmly proudly planted in Hungary for close to two centuries felt a special obligation to safekeep and provide greater access and accommodations to its and related communities the world over who travel to Liska to daven at the tziyonim of the Rav Tzvi Hersh, author of the Ach Pri Tevuah his successor the Tal Chaim.

 

Upon the conclusion of successful negotiations a formal signing ceremony took place transferring operational authority and ownership to Bais Liska between the Mr. Andras Heisler, president of the Federation of Hungarian Jewish communities and the current Liska Rebbe Shlita who traces his lineage to all previous Liska Rebbes as plans were announced to enhance the public safety and the purchase of plots surrounding the Bais HaChaim which will result in the construction of infrastructural developments needed.

 

This major development of ownership to Bais Liska is the latest chapter transfer of ownership of Batei Chaim to successor communities here in the US, setting a precedent with Sátoraljaújhely ( Uhel) to Satmar and continuing with Bodrogkeresztúr (Kerestir), Pápa (Pupe), Újfehértó (Ratzferd) with their respective communities and now with Olaszliszka (Liska) that guarantee access to the revered resting place of ancestral Rebbes for their constituencies and related communities the world over.

 

Warm sentiments were expressed to Mr. Heisler and Mr. Andras Buchler , a member of the Federation, regarding their “cooperation that will result in our community's ability to fulfill our religious traditions and sacred obligation to our ancestors and indeed enhance our historic connection to their revered resting place for which we will be forever grateful to you and the Federation of Jewish Communities”.

 



Tags
הרבני הנגיד העסקן ר' יואל ב
הרבני הנגיד העסקן ר' יואל ב"ר מרדכי פריעדמאן הי"ו מקבל ברכת קודש כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א
Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman Rav D'Khal Neipest-Williamsburg, Rabbi Yisrul Friedlander, Rabbi Naftuli Moshe Indig, R' Menachem Wollner, R' Yossel Deutsch
 L-R:
 
 
 מר אַנדראס ביכלער  
 מר. אַנדראס הייזלער
 הרב יחזקאל בלויא
 פנחס עזרא פריעדלענדער
 כ
Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman Rav D'Khal Neipest-Williamsburg, Rabbi Yisrul Friedlander, Rabbi Naftuli Moshe Indig, R' Menachem Wollner, R' Yossel Deutsch L-R: מר אַנדראס ביכלער מר. אַנדראס הייזלער הרב יחזקאל בלויא פנחס עזרא פריעדלענדער כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג הרה"ג רבי ישראל פריעדלענדער שליט"א זון פון היבנובער רבי'ן שליט"א הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מראשי העסקנים דק"ק סאַטמאַר הרה"ח ר' מנחם וואלנער הי"ו נכד הגה"צ אבד"ק שאַרמאַש זצ"ל
Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman Rav D'Khal Neipest-Williamsburg, Rabbi Yisrul Friedlander, Rabbi Naftuli Moshe Indig, R' Menachem Wollner, R' Yossel Deutsch
 L-R:
 
 
 מר אַנדראס ביכלער  
 מר. אַנדראס הייזלער
 הרב יחזקאל בלויא
 פנחס עזרא פריעדלענדער
 כ
Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman Rav D'Khal Neipest-Williamsburg, Rabbi Yisrul Friedlander, Rabbi Naftuli Moshe Indig, R' Menachem Wollner, R' Yossel Deutsch L-R: מר אַנדראס ביכלער מר. אַנדראס הייזלער הרב יחזקאל בלויא פנחס עזרא פריעדלענדער כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג הרה"ג רבי ישראל פריעדלענדער שליט"א זון פון היבנובער רבי'ן שליט"א הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מראשי העסקנים דק"ק סאַטמאַר הרה"ח ר' מנחם וואלנער הי"ו נכד הגה"צ אבד"ק שאַרמאַש זצ"ל
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
Dr. David Moskovits, Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman - Rav D'Khal Neipest-Williamsburg
 L-R:
 
 הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט
Dr. David Moskovits, Andras Buchler, Andras Heisler, R' Chesky Blau, R' Ezra Friedlander, Hivnover Rebbe Shlita, Liska Rebbe Shlita, Harav Yoel Goldman - Rav D'Khal Neipest-Williamsburg L-R: הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט"א מראשי ק"ק סקולען מר אַנדראס ביכלער מר. אַנדראס הייזלער הרב יחזקאל בלויא פנחס עזרא פריעדלענדער כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
L-R
 
 הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט
L-R הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט"א מראשי ק"ק סקולען מר אַנדראס ביכלער מר. אַנדראס הייזלער הרב יחזקאל בלויא פנחס עזרא פריעדלענדער כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א
, , , ezra friedlander
L-R
 
 הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט
L-R הרב ר' דוד מאשקאוויטש שליט"א מראשי ק"ק סקולען מר אַנדראס ביכלער מר. אַנדראס הייזלער הרב יחזקאל בלויא פנחס עזרא פריעדלענדער כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג
L-R
 
 מר. אַנדראס הייזלער
 כ
L-R מר. אַנדראס הייזלער כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א היסטאָרישער מאָמענט ביים איבערגעשריבן בעלות Andras Heisler - President of the Federation of Hungarian Jewish Communities, Liska Rebbe Shlita
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT